געבוירן אין בוענאָס־אײַרעס און אויפֿגעוואַקסן אין פּאַריז, בײַ אַ וועלטלעכער ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה. געווען פֿאַרבונדן אַלע יאָרן מיט דער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה אַרום דער פּאַריזער מעדעם־ביבליאָטעק. אַחוץ העכערע מאַטעמאַטיק־לימודים, זיך פֿאַרנומען זינט דער יוגנט  מיט ייִדיש־לערערײַ און דערצו מיטגעאַרבעט בײַ פֿאַרשיידענע לעקסיקאָגראַפֿישע און ביבליאָגראַפֿישע פּראָיעקטן. לאַנגע יאָרן געלערנט ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿ, און אויך אין ווילנע, ניו־יאָרק, באָלטימאָר און ירושלים. לעצטנס אַרבעט ער מיט בײַ אַ נײַ ייִדיש־העברעיִש ווערטערבוך.

מרים טרין

מרים טרין איז געבוירן אין פּוילן און אויפֿגעװאַקסן אין דײַטשלאַנד. זי האָט אַן ערשטן דיפּלאָם אין ייִדיש און פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט, דעם מאַגיסטער פֿון סאָרבאָן־אוניװערסיטעט אין פּאַריז און שטראַסבורגער מאַרק־בלאָך־אוניװערסיטעט. איר דאָקטאָראַט האָט זי געשריבן אינעם העברעיִשן אוניװערסיטעט און דערנאָך געװען אויף אַ פּאָסט־דאָקטאָראַט אין באָלטימאָר (פֿ״ש). 

זינט 1999 לערנט זי ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור, צװישן אַנדערע אין פּאַריז, אָקספֿאָרד, װילנע, שטראַסבורג, ניו־יאָרק, תּל־אָבֿיבֿ. איצט לערנט זי אין העברעיִשן אונ׳. זי האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַרבעטן אינעם תּחום פֿון מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און ספּעציעל פֿון חורבן־ליטעראַטור. זי זעצט אויך איבער פֿון און אויף ייִדיש.