קורספּראָגראַם 2021־2022 (ישׂראל־זייגער)

טאָג שעה קורס לערער
זונטיק אַלע 2 װאָכן* 20:30 - 19:00 צווייט יאָר מרים טרין
מאָנטיק 13:30 - 12:00 אַוואַנסירטע מיטעלע (פֿערט יאָר +) אליעזר ניבאָרסקי
מאָנטיק 20:30 - 19:00 זלמן גראַדאָווסקיס כּתבֿים פֿון אוישוויץ* מרים טרין
דינסטיק 15:45 - 14:15 כּתבֿ־ידן (פֿאַר געניטע) אליעזר ניבאָרסקי
דינסטיק 18:00 - 16:30 כּתבֿ־ידן אליעזר ניבאָרסקי
דינסטיק 20:30 - 19:00 וועגן דעם זשורנאַל ״ייִדישע שפּראַך״ אליעזר ניבאָרסקי
מיטוואָך **11:00 - 09:30 מיטעלע (דריט/ פֿערט יאָר) מרים טרין
מיטוואָך 19:15 - 20:45 שמועסן(וועגן אַלץ און מער מרים טרין

אינטערנאַציאָנאַלע זום־קורסן/די שעהען זײַנען לויט ישׂראל־צײַט. די קורסן וועלן זיך אָנהייבן דעם 10.10.21 און ענדיקן דעם 17.6.22.

* דער דאָזיקער קורס וועט פֿאָרקומען אַלע 2 וואָכן און קאָסט אַ האַלבן שׂכר־לימוד 

** דער דאָזיקער קורס וועט אפֿשר דאַרפֿן פֿאָרקומען 14:00 – 15:30; די ענדגילטיקע אינפֿאָרמאַציע וועט געשיקט ווערן די פֿאַרשריבענע סוף סעפּטעמבער

שׂכר-לימוד

א געוויינטלעכער יאָרקורס קאָסט 1,200 שקלים. אַ סעמעסטער־קורס קאָסט 650 ש״ח.

מען קען באַצאָלן במזומן, דורך דער bit־אַפּליקאַציע אָדער דורך באַנקטראַנספֿער.

ווער עס פֿאַרשרײַבט זיך אויף מער ווי איין קורס קריגט אַ הנחה פֿון 100 ש״ח פֿאַר יעדן קורס

100 ש״ח הנחה פֿאַר אַ ״רעקרוטירטן״ תּלמיד

מען קען קומען אויף צוויי פּראָבע-לעקציעס אומזיסט.


ספּעציעלע קורסן אין ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ

* שמועס לקראת שבת: אין ירושלים (בית הכרם), אַלע פֿרײַטיק

ערשטע באַגעגעניש: פֿרײַטיק, דעם 15טן אָקטאָבער, 9:30 – 11:00 אַ״ז.

* פּנים־אל־פּנים: אין ירושלים (בית הכרם), אַלע 2 וואָכן, 3.5 שעה. 

דער קורס וועט זײַן אַ רעגולערער סעמינאַר, אָנדערטהאַלבן שעה ליטעראַטור און אָנדערטהאַלבן שעה

שמועס, מיט אַ געמיטלעכער הפֿסקה פֿון 30 מינוט צווישן ביידע טיילן. דער קורס איז פּאַסיק פֿאַר

תּלמידים מיט גוטע ייִדיש־קענטענישן און קאָסט אויפֿן יאָר 1300 ש״ח. 

ער ווערט באַגרענעצט צו 15 אָנטייל־נעמערס. 

ערשטע באַגעגעניש: מיטוואָך, דעם 20סטן אָקטאָבער, 9:30 – 13:00 אַ״ז.

* פּנים־אל־פּנים: אין תּל־אָבֿיבֿ (שד׳ הציונות), אַלע 2 וואָכן, 3.5 שעה. 

דער קורס וועט זײַן אַ רעגולערער סעמינאַר, אָנדערטהאַלבן שעה ליטעראַטור און אָנדערטהאַלבן שעה

שמועס, מיט אַ געמיטלעכער הפֿסקה פֿון 30 מינוט צווישן ביידע טיילן. דער קורס איז פּאַסיק פֿאַר

תּלמידים מיט גוטע ייִדיש־קענטענישן און קאָסט אויפֿן יאָר 1300 ש״ח. 

ער ווערט באַגרענעצט צו 15 אָנטייל־נעמערס. 

ערשטע באַגעגעניש: דאָנערשטיק, דעם 14טן אָקטאָבער, 16:00 – 19:30 אַ״ז.

* אַ שרײַבקורס מיט עטל ניבאָרסקי: 10 סעסיעס דורך זום, אַלע 2 וואָכן, 2 שעה.

דער קורס איז פֿאָרויסגעזען פֿאַר ייִדיש־קענערס, וואָס ווילן פֿאַרבעסערן זייערע שריפֿטלעכע פֿעיִקייטן

אויף ייִדיש – אי לשם פֿאַרגעניגן אי לשם פּראָפֿעסיאָנעלע סיבות (פֿאַרפֿאַסן אַקאַדעמישע אַרבעטן אָדער

ליטעראַרישע/ עסעיִסטישע/ זשורנאַליסטישע טעקסטן). דער קורס קאָסט 700 ש״ח.    

טאָג און שעהען וועלן אַנאָנסירט ווערן בקרובֿ

* חודשלעכע, ליטעראַרישע סעמינאַרן: זום, 4 שעה (אַרײַנגערעכנט אַ הפֿסקה).

יעדע באַגעגעניש וועט זײַן געווידמעט אַ טעמע אָדער אַ שרײַבער. איין באַגעגעניש קאָסט 200 ש״ח.

דער ערשטער סעמינאַר וועט פֿאָרקומען לזכר די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבערס

מיטוואָך, דעם 1טן סעפּטעמבער 2021, 17:30 – 21:30 אַ״ז. פֿאַרשרײַבט זיך ביזן 25סטן אויגוסט !

אַלע יאָרקורסן קאָסטן 1200 ש״ח (650 ש״ח פֿאַר נאָר איין סעמעסטער). 

אַ הנחה פֿון 100 ש״ח פֿאַר יעדן ווײַטערדיקן קורס/ פֿאַר יעדן נײַ רעקרוטירטן תּלמיד 😉  

די באַצאָלונג איז מעגלעך במזומן, דורך באַנק־איבערשיק אָדער דורך דער ביט־אַפּליקאַציע.